דעמאקראטן וועלן אויפברענגען א ’פארמעגן שטייער‘ געזעץ

סענאטארשע אליזאבעט ווארען וועלכע האט געהאט א ’פארמעגן שטייער‘ פלאן אלס א צענטראלע טייל פון איר קאמפיין פאר פרעזידענט האט היינט אויפגעברענגט א געזעץ - אינאיינעם מיט עטליכע דעמאקראטישע קאלעגעס - צו שטופן פאראויס דעם פלאן. אונטער דעם פלאן וועט ארויפגעלייגט ווערן א יערליכע שטייער פון 2% אויף יעדן איינעם וואס פארמאגט העכער 50 מיליאן דאלער אויף אלע זייערע נכסים, אריינגערעכנט הייזער, אינוועסטמענטס, סטאקס. און דער שטייער גייט ארויף מיט נאך א פראצענט אויף מענטשן וואס זענען ווערד איבער א ביליאן דאלער. אנקעטעס צייגן אז דער שטייער - וואס וועט עפעקטירן די צען מיליאן רייכסטע אמעריקאנער - איז שטארק פאפולער אפילו צווישן רעפובליקאנער, אבער פרעזידענט ביידען האט דערווייל זיך צוריקגעהאלטן פון שטיצן דעם פלאן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל