פרעזידענט ביידען האט גענומען אן אומגעווענליכע שריט און זיך אריינגעמישט אין א געפעכט צווישן עמעזאן ארבעטער און זייערע ארבעטסגעבער. די רעדע איז פון די ארבעטער אין א ’עמעזאן‘ וועירהויז אין אלאבאמע וואו די איבער פינף טויזנט ארבעטער האלטן אפ אן אפשטימונג אויב זיי זאלן האבן די רעכט זיך צו ארגאניזירן אין א ’יוניאן‘ - א זאך וואס קען האבן אן עפעקט אויף ’עמעזאן‘ ארבעטער איבער אמעריקע. פרעזידענט ביידען האט נעכטן ארויסגעלייגט א ווידעאו אין וועלכע ער אינדארסירט דאס פארמירן א ’יוניאן‘ און ווארנט פירמעס צו ערלויבן ארבעטערס פארמירן יוניאנס צו קענען פארזיכערן זייערע אומשטענדן און פארהאנדלן אלס איין בלאק מיט זייערע ארבעטסגעבער. עמעזאן האט געלייגט שטארקע דרוק צו אפהאלטן דעם אפשטימונג און געווארנט ארבעטער אז פארמירן א יוניאן וועט פארערגערן זייער צושטאנד.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה