אנטי-רעזשים פראטעסטן אין ’האנג קאנג‘ באנייט נאך פאליטישע ארעסטן

מאסן זענען היינט ארויסגעקומען אין די גאסן פון האנג קאנג פראטעסטירן קעגן דעם כינעזער רעזשים. דאס קומט א טאג נאכדעם וואס 47 פרא-דעמאקראטיע אקטיוויסטן זענען ארעסטירט געווארן אונטער דעם ’זיכערהייט געזעץ‘ וועלכע בעידזשינג האט דורכגעפירט אויף צו פארשטייפערן זייער קאנטראל אויף דעם אינזל וואס געניסט אפיציעל פון געוויסע זעלבסשטענדיגקייט. דאס איז די לעצטע אין א רייע שריט פון בעדזשינג וועלכע מאכן קלאר אז די קאמוניסטישע רעזשים וויל גענצליך איבערנעמען קאנטראל פון האנג קאנג. דאס האט געברענגט פרישע שטורמישע פראטעסטן טראצדעם וואס עס איז יעצט דא א געזעץ קעגן עפנטליכע פארזאמלונגען, דאס האט געברענגט צו שווערע קאנפראנטאציעס מיט די פאליציי.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל