די ביידען אדמיניסטראציע האט דע-קלאסיפיצירט א שפיאנאזש באריכט וועלכע לייגט אן די שולד איבער די נאוואלני פארגיפטונג אויף פוטין‘ס געהיים פאליציי, און גלייכצייטיג געמאלדן א פרישע רייע פון סאנקציעס קעגן די רוסישע רעגירונג איבער די פארגיפטונג און ארעסט פונעם אפאזיציע פירער נאוואלני. די סאנקציעס קומען נאכדעם וואס בריטאניע און די אייראפעאישע פאראיין האבן ארויפגעלייגט ענליכע סאנקציעס און דערמיט שטעלט אמעריקע א פאראייניגטע פראנט קעגן רוסלאנד אינאיינעם מיט די אייראפעאישע לענדער און בריטאניע. די ’טרעזשורי דעפארטמענט‘ איז ערווארטעט צו ארויסלייגן מארגן א ליסטע פון די רוסישע אינסטיטוציעס וואס וועלן אויסשטיין די סאנקציעס. אין די זעלבע צייט איז געמאלדן געווארן אז רוסלאנד האט אריינגעשליידערט נאוואלני אין א גאר ברוטאלע טורמע וואו עס דראעט א געפאר אויף זיין לעבן.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה