קאנגרעס גרייט זיך צו שטימען אויף גאן קאנטראל געזעצן

א צוויי-פארטייאישע גרופע פון קאנגרעסלייט האבן אויפגעברענגט א פרישע ביל וועלכע וועט פאדערן בעקגראונד טשעקס פאר יעדן איינעם וואס וויל זיך איינהאנדלן א גאן. דער געזעץ איז אריבער אין 2019 אבער די רעפובליקאנער האבן עס דאן צוריקגעהאלטן פון ארויפקומען פאר אן אפשטימונג אין סענאט. יעצט האבן א גרופע פון קאנגרעסלייט פון ביידע פארטייען עס ווידער ארויפגעברענגט מיט די האפענונג אז עס וועט אריבערגיין אין סענאט. אין די זעלבע צייט האבן דעמאקראטן אויך ארויפגעשטעלט א פרישע ביל וועלכע וועט פארבאטן יעדן מיט א קרימינאלע רעקארד פון זיך איינהאנדלן א גאן. פרעזידענט ביידען‘ס פרעסע סעקערטארין האט געזאגט אז גאן קאנטראל איז א פריאריטעט פאר פרעזידענט ביידען.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל