דרום-קארעא אין אמעריקע צוימען מיליטערישע מושטירונגען צוליב קאראנעווירוס

דרום-קארעא באאמטע האבן געלאזט וויסן אז היי-יאר וועלן די טרענירונגען - וואס דרום-קארעא פירט דורך אינאיינעם מיט אמעריקע - פארקומען אויף א קלענערע פארנעם, אין רעזולטאט פון די קאראנא ווירוס רעגולאציעס.

דרום-קארעא זאגט אז נאכן גוט איבערקלערן די זאך, זענען זיי, צוזאמען מיט אמעריקע, געקומען צום באשלוס, אז די טרענירונגען דארפן פארקומען, אבער מ'וועט עס מאכן אויף א קלענערע פארנעם. זי וועט נישט ארייננעמען מענטשליכע אקטיוויטעטן אינדרויסן, נאר וועט זיין מער קאנצענטרירט אויף טעכנאלאגישע וואפן, וואס קענען געפירט ווערן דורך קאמפיוטער סיסטעמס, און דארף נישט קיין גרויסע מענטשליכע אנוועזנהייט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל