כינע זאגט אן ביידען נישט צו נענטער ווערן מיט טייוואן

דער כינעזער אויסערן-מיניסטער האט שארף ארויסגעטרעטן קעגן די ביידען אדמיניסטראציע, איבער דעם וואס לויט זיי האט אמעריקע זיך מער דערנענטערט מיט טייוואן.

טייוואן איז א דארן אין אויג פאר כינע, צוליב וואס דאס עקזיסטענץ פון טייוואן, און אירע דעמאקראטישע ווירדן זענען א באווייז אז ס'זענען דא צוויי זייטן אין די כינעזער באפעלקערונג.

טייוואן איז אמאל געווען א חלק פון כינע, אבער ווען 'מאו זידענג' האט דורכגעפירט זיין רעוואלוציע, זענען די באזיגטע דעמאקראטיע-ליבהאבער אנטלאפן צו די טייוואנער אינזל, וואו זיי האבן אויפגעשטעלט א רעגירונג. 'מאו זידענג' וועלכער האט נישט געזוכט צו אויסציען די ציווילע קריג נאך לענגער, האט ער זיך אוועקגעדרייט די קאפ, און געלאזט די אפאזיציע מאכן שבת פאר זיך אויף יענע אינזל.

מיט די יארן איז כינע געווארן זייער סענסעטיוו ווען ס'איז געקומען צו טייוואן, זיי זעען עס ווי אן אפפרעג צו זייער סיסטעם, און ווילן פאר יעדע פרייז צוריקנעמען טייוואן, און איר אנשליסן אין איר קאמוניסטישע סיסטעם.

דער כיזענער-אויסערן מיניסטער האט געזאגט, אז אמעריקע זאל אויפהערן נענטער צו ווערן מיט טייוואן, ווייל אמעריקע שפילט זיך מיט פייער. אויך האט ער געזאגט אז ס'איז נישט קיין פראגע אז טייוואן מיט כינע וועלן זיך פאראייניגן און ווערן איין לאנד.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל