פויבסט 'פראנסיס' היסארישער באזוך אין מאסול-איראק

מיט עטליכע יאר צוריק וואלט קיינער נישט געגלייבט אז אזאנס קען פאסירן, דאן איז מאסול געווען איינע פון די פעסטונגען פון די ברוטאלע טעראריסטישע גרופע 'אייסיס'. דארט אין די גרויסע מעטשעט אין מאסול האט דער פירער פון אייסיס 'אבו באקאר על באגדאדי', דערקלערט דאס צוריקקער פון די מוסלמענער כאליפאט. בלוט האט זיך געגאסן אין די גאסן,

פארמאסקירטע ראדיקאלן זענען ארומגעפארן און גע'הרג'עט מענטשן רעכטס און לינקס, ווער ס'האט זיך דערוואגט נישט אויסצופאלגן די עקסטרעמע באפעלן פון אייסיס.

יעצט, מיט עטליכע יאר שפעטער, איז אנגעקומען קיין מאסול דער פויבסט - דער העכסטער אויטאריטעט אין די קאטוילישע געמיינדע. ס'הערט זיך ווי ארויס פון א פוקציע בוך. זאל איינער דיר זאגן מיט פיר יאר צוריק אז דער פויבסט גייט נאך קומען באזוכן מאסול, וואלט ער דיר אנגעקוקט ווי פון לבנה אראפ. דער פחד פון אייסיס, און די שרעק אז זיי זענען אומזיגבאר, האט אין יענע טעג אריינגעווארפן אין שרעק אפילו מענטשן פון די אנדערע עק וועלט.

דער פויבסט האט באזוכט א צעשטערטע קירכע, וואס אייסיס האט באמבארדירט און פארניכטעט, ער האט גערופן פאר פרידן אין דער וועלט, בעת וואס פון אונטער, און ארום אים, זעט זיך אן די פאר'חרוב'טע קירכע.

ער איז ארומגעפירט געווארן אין די גאסן פון מאסול, מיט א גאלף אויטא, וואו די אויטאריטעטן האבן אים געוויזן די צעשטערטע געביידע, און די קירכעס, וואו ס'זענען פארגעקומען די ביטערע שלאכטן, צוריקצוכאפן מאסול פון די אייסיס טעראריסטן.

אויך האט ער באזוכט א קריסטליכער געגנט אין מאסול, וואו אייסיס האט דורכגעפירט שרעקליכע שחיטות אויף די קריסטליכע געמיינדע, און צענדליגער טויזנטער זענען דארט אומגעקומען אין עפנטליכע הינריכטוגען אא”וו.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל