גרעסטע אויל פארט אין דער וועלט אטאקירט

באאמטע אין די ענערגיע אפטיילונג פון סאודי אראביע'ס קעניגרייך, האבן געמאלדן אז א ריזיגע אויל-פארט איז אטאקירט געווארן, דורך א דראון אנגעפילט מיט אויפרייס מאטריאל. זיי זאגן אז די דראון איז געקומען צו פליען פון העכער די ים.

די באאמטע זאגן אויך אז די אטאקע האט נישט געפירט צו קיינע פארוואונדעטע, און די שאדנ'ס זענען גאנץ קליינע.

אין די לעצטע עטליכע יאר האט סאודי אראביע געליטן פון א שיינע פאר אטאקעס אויף אירע אויל איינריכטונגען, רוב דערפון זענען געקומען פון די דערנעבנדיגע תימן, וואו די איראנער געשטיצטע 'הוטי' צילן זייערע ראקעטן קיין סאודי אראביע. מיליאנען דאלער אין שאדן האט שוין סאודי אראביע געליטן פון די הוטי אטאקעס אויף די אויל פאבריקן וואס איז זייער הויפט עקאנאמישער טרייב-קראפט.

סאודי אראביע האט דערנאך דורכגעפירט שווערע באמבארדירונגען אויף צאנא, די הויפט שטאט פון תימן, וואס האט באדעקט דעם גאנצן ראיאן מיט א שווערע שווארצע רויעך.

ליידער איז אזא סצענע נישט קיין זעלטענע געשעעניש אין תימן, בעת וואס דארט קומען פאר די שווערסטע הומאניטארישע קריזיס אין דער וועלט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל