מיליאנען סטודענטן אין ענגלאנד צוריק אין שולע

נאך א צייכן אז די קאראנא ווירוס סומאטוכע קומט צו אן ענדע, האט ענגלאנד היינט צוריק אויפגעמאכט די שולעס איבערן לאנד, דערנאך וואס ס'איז געווען פארשלאסן צוליב די קאראנא ווירוס.

דאס קומט דערנאך וואס די נומערן פון אנגעשטעקטע אין ענגלאנד פאלן דראסטיש אין די לעצטע וואכן, און די שנעלע איינשפריץ אפעראציע פון די קאוויד וואקסין.

פרעמיער מיניסטער באריס דזשאנסאן האט אדרעסירט די בריטישע פאלק: "היינט איז א גרויסער טאג, און אן עמאציאנאלער טאג פאר מיליאנען פאמיליעס איבערן לאנד, ווען קינדער זעען דאס ערשטע מאל זייערע חברים, און פארברענגען די ערשטע מאל אין לאנגע מאנאטן".

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל