אינדיע דעפארטירט הונדערטער ראהינגא פליטים

די ראהינגא'ס זענען אן עטנישע גרופע, וואס וואוינען מערסטנס-טייל אין מיאנמאר-בענגלאדעש, און אין די לענדער. נאך לענדער ארום האבן א ראהינגא באפעלקערונג, אבער גאנץ א קליינע, און קעגנזאץ צו מיאנמאר און בענגלאדעש.

די ראהינגא באפעלקערונג שטייען אויס שרעקליכע פארפאלגונגען דורך די מיאנמאר רעגירונג. שוין יארן וואס די רעגירונג אין מיאנמאר לאזן זיי נישט קיין מנוחה, אויך די באפעלקערונג אין מיאנמאר איז נישט צו סימפאטיש צו די ראהינגא מענטשן, דערנאך וואס דאס רוב פונעם לאנד פראקטיצירט בודאאיזים, און די ראהינגא'ס זענען מוסלמענער.

כאטש וואס זיי ווערן שוין פארפאלגט פאר פילע יארן, איז אבער די לעצטע עטליכע יאר אנטשטאנען א פארערגערונג אין די רדיפות וואס די רעגירונג אין מיאנמאר טיילט זיי אויס.

באריכטן ארויס פון לאנד געבן איבער, וויאזוי דאס מיליטער פארברענט גאנצע ווילידזשעס אין די דזשאנגלען ביים מערב-צפון חלק פון לאנד. שווערע טויזנטער זענען אומגעברענגט געווארן אויף א ברוטאלער פארנעם דורך די מיאנמאר מיליטער.

אזויפיל ווי 750 טויזנט פון די 1.4 מיליאן ראהינגאס וואס וואוינען אין מיאנמאר, זענען שוין אנטלאפן פון לאנד זינט דאס מיליטער האט אנגעהויבן מיט זייער ברוטאלער באנעמונג.

אויך דאס אנטלויפן פון לאנד איז ארומגענומען מיט אנגסט און טראגעדיע, טויזנטער פרויען און קינדער שטארבן פון הונגער און קעלט, אנדערע זענען געשטראנדעט ווען קיין אנדערע לאנד לאזט זיי נישט אריין. אין איין ווארט, זייער מצב איז שרעקליך, און דאס האט טאקע ארויפגעלייגט א שווארצע דעקע אויף דאס געזיכט פון דער דעמאקראטיש-ערוויילטער פירער פון מיניאנמאר וואס איז יעצט אראפגעווארפן געווארן.

עטליכע טויזנט ראהינגא'ס פון מיאנמאר זענען אנטלאפן צו דער דערנעבנדיגע אינדיע, אבער דער ארטיגער פרעמיער 'נארינדרא מאדי', האט פארארדנט די אימיגראציע אגענטור צו דעפארטירן צוריק קיין מיאנמאר טויזנטער ראהינגא'ס וואס זענען אנטלאפן פון די ארטיגע רעגירונג פארפאלגונגען.

מאדי זאגט אז די ראהינגא'ס זענען א זיכערהייט סכנה, און מ'קען זיי נישט לאזן אין אינדיע. צוויי טעג צוריק האבן אימיגראציע אגענטן זיך אראפגעלאזט אין א געגנט אין קאשמיר-אינדיע, וואו זיי האבן דעפארטירט צענדליגע ראהינגא'ס צוריק קיין מיאנמאר.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל