לעצטע פריוו אפצואווארפן די וואלן אויסגאנג דורכגעפאלן

די אמעריקאנער העכסטע געריכט האט היינט צוריקגעוויזן אנצונעמען א קלאגע וואס געוועזענע פרעזידענט טראמפ האט אריינגעשיקט צום סופרים-קאורט.

דאס קומט דערנאך וואס עטליכע טעג צוריק האבן זיי אפגעווארפן נאך איינס פון די קלאגעס וואס זענען אריינגעגעבן געווארן דורך טראמפ'ס געוועזענער אדוואקאט סידני פאוועל.

מיטן היינטיגן באשלוס פון די העכסטע געריכט קומט אן ענדע צו די געריכט קאמפן וואס פרעזידענט טראמפ האט אריינגעגעבן אין צענדליגע געריכט הייזער אין אמעריקע, צו אריינקוקן אין אנגעבליכע וואל מיסברויכן. קיין איינע פון די קלאגעס איז נישט געווען סוקסעספול

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל