טעקסאס גאווערנער שיקט נעשאנעל גארד צום גרעניץ

טעקסעס גאווערנער 'גרעג אבאט' האט געמאלדן אז ער שיקט אפ די טעקסאס נאציאנאלע טרופן צו די גרעניץ מיט מעקסיקא.

דאס קומט נאכדעם וואס די פלייץ פון אימיגראנטן האבן זיך לויט באריכטן פיל געהעכערט אין די לעצטע חדשים זינט פרעזידענט טראמפ איז ארויס פון אפיס.

דער גאווערנער זאגט אז ער שיקט די נעשאנעל גארדס צו די גרעניץ צווישן מעקסיקא און טעקסעס אז זיי זאלן אפהאלטן אומלעגאלע אימיגראנטן און דראג-שמוגלער פון אריינקומען קיין טעקסאס.

די רעפובליקאנער אין סענאט און אין די מידיע, האבן אין די לעצטע וואכן אויפגעהויבן א וויי-געשריי, קריטיקירנדיג די ביידען אדמיניסטראציע פארן זיין אזוי נאכלעסיג ווען ס'קומט צו די אמעריקאנער גרעניצן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל