דזשורי אויסוואל פארהער אין די דזשארדש פלויט מארד אפגעשטופט

היינט האט זיך געזאלט אנהויבן די פארהערן אויסצואוועלן דזשורי'ס פאר די גאר סענסעטיווע דזשארדזש פלויד מארד.

אבער דער ריכטער האט אפגעלייגט די פארהערן כאטש ביז מארגן, דערנאך וואס מ'ווארט אויף אן אפעלאט  געריכט אין מיניסאטע, צו הערן אויב מ'גייט צוריק ארויפשטעלן דריטע גראד מארד קלאגעס קעגן דער אפיציר שאווין.

דער פאליציי-מאן דעריק שאווין איז דער וואס זיצט אויפן טרייעל שטיל, וואו ער ווערט באשולדיגט און אומברענגען דעם אפריקאנער-אמעריקאנער דזשארדזש פלויד.

אויף די רעקארדירונגען וואס זענען ארויסגעקומען נאך די מארד, זעט מען וויאזוי שאווין זיצט אויף די האלז פון פלויד, בעת וואס פלויד בעט זיך ביי אים אז ער זאל אראפגיין פון אים, וויבאלד ער קען נישט אטעמען. נאכן זען אז ס'גייט אים נישט, האט פלויד פון פארלוירנקייט, און זעענדיג זיין טויט פאר די אויגן גערופן נאך זיין מאמע וואס איז שוין געשטארבן.

די פלויד מארד האט אויפגערודערט אמעריקע, און די גאנצע וועלט. ס'זענען פארגעקומען ריזיגע פראטעסטן אין לאנד, וואס איז שוין נישט געזען געווארן פאר לאנגע יארן. אויך האט א שטראם פון געוואלדטאטן און ראיאטן ארומגענומען אמעריקע, וואו צענדליגע געשעפטן זענען אונטערגעצינדן געווארן. צענדליגע אויטאס פון אומשולדיגע מענטשן זענען פארברענט געווארן, און גרויסע געשעפטן זענען אויסגעליידיגט געווארן.

די פלויד געשיכטע וועט אריינגיין אין היסטאריע אלס איינע פון די מערסט-באקאנטע געשעענישן אין די לעצטע יאר הונדערט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל