סי.די.סי. געבט ארויס פרישע פארארדענונגען אנבאלאנגט קאראנא

די סי.די.סי. האט ב”ה פארגרינגערט די רעקאמענדאציעס און רעגולאציעס, וואס זענען ארויסגעשטעלט געווארן צוליב די קאראנא ווירוס.

עלטערע מענטשן וואס זענען שוין וואקסינירט געווארן איז נישט קיין שום פראבלעם אז זיי זאלן זיך טרעפן מיט זייערע קינדער און אייניקלעך, אפילו אין פאל די אנדערע זענען נאכנישט וואקסינירט, ווי אויך דארפן זיי נישט גיין קיין מאסק אויפן געזיכט.

אויב איז מען וואקסינירט קען מען זיך צוזאמקומען, אפילו אין א געביידע, מיט מענטשן וואס זענען שוין אויך וואקסינירט. אויך קען א וואקסינירטער זיך טרעפן מיט מענטשן וואס האבן א שוואכע שאנס צו שאדן האבן פון קאראנא, אזויווי קינדער און יונגע מענטשן. אויב איז מען וואקסינירט פעלט נישט אויס זיך צו אפשיידן, אין פאל מ'איז געווען אויסגעשטעלט צו איינער וואס האט די ווירוס.

די סי.די.סי. רעקאמענדירט אבער אז לויט די יעצטיגע צושטאנד איז נאך גוט צו גיין מיט די מאסקעס ווען מ'איז צווישן א גרעסערע מאסע פון מענטשן. זיי זאגן אויך אז מ'זאל זען אויסצומיידן גרויסע פארזאמלונגען, און אויב מ'שפירט עפעס סימפטאמען פון קאראנא, כאטש מ'איז וואקסינירט זאל מען גיין נעמען א קאראנא ווירוס-טעסט.

די רעגולאציעס זענען בלויז פאר מענטשן וואס זענען שוין אינגאנצן וואקסינירט, דאס הייסט ביי מאדערנע אז מ'האלט שוין צוויי וואכן נאך די צווייטע דאזע, און ביי די דזשאנסן ענד דזשאנסן צוויי וואכן נאכן איינשפריץ.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל