געוועזענער פרעזידענט טראמפ צוריק אין ניו יארק

געוועזענער פרעזידענט טראמפ איז נעכטן אנגעקומען צו זיין ארגינעלער היים אין מאנהעטן. דער פרעזידענט האט שוין נישט באזוכט זיין ניו יארקער היים פאר א היפשע וויילע.

נאכן נישט זיין אין ניו יארק פאר עטליכע מאנאטן, איז טראמפ צוריקגעקומען מיט די באגלייטונג פון זיינע סיקרעט סערוויס אגענטן, און עטליכע פאליציי וואס האבן אים אריינבאגלייט אין די טראמפ געביידע, אויף די פינפטע עוועניו. זיכערהייט איז פארשטערקערט געווארן ארום די געביידע אין רעזולטאט פון זיין באזוך, די פארשטערקערטע זיכערהייט קומט צוליב דעם וואס טראמפ איז בכלל נישט אזוי באליבט ביי די ניו-יארקער באפעלקערונג, און רוב פון זיינע שכנים פון מיילן ארום האבן אים פיינט מיטן גאנצן הארץ און נשמה...


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל