סענאטאר רוי בלאנט וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג

אין א דראמאטישע אנטוויקלונג האט דער רעפאבליקאנער סענאטאר פון מיזורי, רוי בלאנט געמאלדן אז ער גייט נישט לויפן פאר נאך א טערמין אין יאר 2022. מאכנדיג שווערער פאר די רעפובליקאנער פארטיי צוריקצונעמען קאנטראל פון סענאט.

זיין מעלדונג קומט דערנאך וואס פיר אנדערע רעפובליקאנער האבן שוין געמאלדן אז זיי גייען נישט זוכן נאך א טערמין אין יאר 22, אויך הערט מען פון נאנטע צו סענאטאר ראן דזשאנסן פון וויסקאנסן אז ער טראכט אויך מעגליך צו איבערלאזן זיין ארבעט אין סענאט און נישט לויפן פאר נאך א טערמין.

בלאנד איז פון די מאכפטולע רעפובליקאנער אין סענאט, און ווערט פאררעכנט פון די פירערשאפט, די מעלדונג פון אזא מאכטפולער סענאטאר האט געשיקט שאק-כוואליעס אין וואשינגטאן, און נאכמער שאקכוואליעס אין די רעפובליקאנער פארטיי.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל