שווייץ פארבאט פנים-צודעק אין פאבליק ערטער

די שווייצע פאלק האט מיט א קליינע מערהייט געשטימט צו פארבאטן פון גיין מיט פארדעקטע פנימ'ער אין פאבליק ערטער.

די פארבאט קומט דערנאך וואס געוויסע אקטיוויסטן האבן אויפגעברענגט אז די צודעק איז א סימבאל פון פרויען דיסקרימינאציע, און שווייץ דארף זיך אננעמען פאר די דיסקרימענירטע.

פון אנדערע הערט מען אבער אז די אויסרייד פארן פארבאט איז בלויז א שיינע צודעק. די ריכטיגע מאטיוון פון דער געזעץ איז צו דערשטיקן די מוסלמענער באפעלקערונג אין לאנד. די נאציאנאלער מוסלמענישע פירערשאפט האט שארף פארדאמט די פרישע געזעץ, זיי האבן דערקלערט אז היינט איז א שווארצע טאג אין שווייץ.

עקאנאמיסטן אין לאנד האבן אויפגעברענגט זארג אויב דער געזעץ וועט נישט שטערן די טוריזם אינדוסטרי פון שווייץ.

ווי באקאנט קומען מיליאנען טוריסטן קיין שווייץ, צו נהנה זיין פון די ארטיגע הערליכע געגנטער, און כאפן פרישע לופט, אבער מיט דער נייער פארבאט אין קראפט וועלן מיליאנען פון די אראבישע באפעלקערונג מער נישט קומען קיין שווייץ אויף וואקאציע.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל