מיאנמער פראטעסטירער גייען אויף אן עקאנאמישע סטרייק

פריוואטע גרופעס אין מיאנמאר האבן גערופן די אלגעמיינע מאסן אין מיאנמאר צו בויקאטירן די ארבעט'ס פלעצער, און אזוי אפ'הרג'ענען די עקאנאמיע.

די אקטיוויסטן זאגן אז די סטרייק וועט מאכן אוממעגליך פאר די ארטיגע פוטש-רעגירונג צו קענען ווייטער אנפירן מיט די ווערטשאפט אין לאנד, און וועט זיי אויטאמאטיש אראפברענגען פון זייער מאכט.

שווערע טויזנטער מענטשן זענען היינט ארויסגעקומען אין די גאסן פון מיאנמאר, צו ארויסצייגן שטיצע פאר די סטרייק. אויך האט זיך א מיליצע גרופע ארגאניזירט, זיי באגלייטן די פראטעסטירער מיט הייס-געווער, אזוי אז די מיליטער זאל נישט קענען אטאקירן די פראטעסטירער.

ווי ס'זעט אויס זענען די בירגער פון מיאנמאר אנטשלאסן צוריקצוברענגען די דעמאקראטיש-ערוועלטע פירער, וואס די מיליטער האט ארויסגעווארפן. פון די צווייטע זייט איז דער מיליטערישער גענעראל, וואס האט איבערגענומען די מאכט, אנטשלאסן צו האלטן זיינע לאפעס שטייף איבערן לאנד.

אוסטראליע האט געמאלדן אז זיי האבן אפגעשטעלט דעפענס קאאפעראציע מיט מיאנמאר. א רעגירונגס ווארט-זאגער האט באשטעטיגט אז אוסטראליע וועט יא שיקן הומאניטארישע הילף קיין מיאנמאר, אבער די הילף וועט נישט געשיקט ווערן דורך מיאנמאר רעגירונג אגענטורן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל