רוב מדינת ישראל בירגער שוין וואקסינירט

מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו זאגט היינט, אז 5 מיליאן איזראעלי בירגער זענען שוין וואקסינירט געווארן, און ער האפט אז ביז קומענדיגע מאנאט וועלן אלע ערוואקסענע אין מדינת ישראל שוין זיין וואקסינירט.

מיט דעם באשטעטיגט עס ווידער אז מדינת ישראל איז דאס לאנד מיט די מערסטע סוקסעס, ווען ס'קומט צו וואקסינירן זייער באפעלקערונג, סיי די פראגראם וויאזוי ס'איז צוגעגאנגען, און סיי די שנעלקייט פון די פראצעדור. אויך זאגן די ארטיגע באאמטע אז ווי ס'זעט יעצט אויס וועט מעגליך נישט פארארדנט ווערן א לאקדאון אין די יום טוב פסח טעג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל