הויפט ריכטער אין דרום אפריקע דארף זיך אנטשולדיגן פארן פארטיידיגן מדינת ישראל

הויפט ריכטער אין דרום אפריקע איז געצווינגען געווארן דורך א יוסטיץ-קאמיטע, זיך צו אנטשולדיגן איבער באמערקונגען וואס ער האט געלאזט פאלן אין שטיצע פון מדינת ישראל.

אין א שמועס מיט די דזשערוסאלעם פאוסט, וואו ער האט אויפגעטרעטן אינאיינעם מיט דער הויפט רב פון דרום-אפריקע, האט דער ריכטער צווישן אנדערע געזאגט: "האט מדינת ישראל אוועקגענומען אונזער לאנד? האט מדינת ישראל צוגענומען אונזערע נאטורליכע אוצרות? אונז דארף מיר זיך אוועקנויגן פון האסטיגע געפילן קעגן מדינת ישראל".

ווען מ'האט אים געבעטן זיך צו אנטשולדיגן, האט דער ריכטער געזאגט: "אפילו 50 מיליאן מענטשן וועלן מארשן אין די גאסן יעדען טאג, צו פארלאנגען אז איך זאל זיך אנטשולדיגן וועל איך עס נישט טאן. און אויב ווער איך גע'הרג'עט ווער איך גע'הרג'עט". האט ער שארף דערקלערט.

יעצט האט די יוסטיץ קאמיטי געשטימט צו פארלאנגען אן עפנטליכע אנטשולדיגונג פונעם ריכטער וואס באשטייט פון דריי זייטן, און ער דארף דאס זאגן אין די עפנטליכקייט.

דער ריכטער אנטזאגט זיך דערווייל פון אויספירן די פארארדענונג.

דרום אפריקע איז באקאנט מיט זייער שארפע קעגנערשאפט אין ריכטונג פון מדינת ישראל, אין יעדע געלעגנהייט וואס קומט נאר אפיר איז דרום אפריקע פון די ערשטע לענדער צו ארויפשפרינגען אויפן אנטי מדינת ישראל וואגאן. אין די יו.ען. געביידע זענען זיי די וואס שטעלן זיך מיט די מערסט-דיקטאטורישע לענדער, אבי צו זיין קעגן מדינת ישראל. אין די צייט וואס דרום אפריקע איז א לאנד פיל מיט אנארכיע, יאהאנעסבורג איז א טויט-שטאט וואו מארדן איז א חלק פון די לעבן, און ריזיגע צוימען ארום די הייזער איז א חלק פון די בלו-פרינט, אבער מיט זייערע אלע פראבלעמען ביי זיך אין לאנד האבן זיי גענומען די אינטערעסאנטע גאנג פון א לאנד וואס האט גארנישט מיט מדינת ישראל, נישט קיין גרעניץ נישט קיין רעליגיע שטרייט, אבער ערגעץ-וואו האבן זיי גענומען די מיסיע פון אראפרייסן מדינת ישראל ביי יעדע געלעגנהייט.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל