אמעריקאנער בי 52 פליען העכער די הימלען אין מדינת ישראל

אין א צייכן פון מאכט האט וואשינגטאן ארויסגעשיקט צוויי פון די מאכטפולע בי 52 פליגערס, אריבערצופליען העכער מדינת ישראל.

די פליגער זענען געפלויגן אין באגלייטונג פון מדינת ישראל מיליטערישע דזשעטס. אויך האבן זיך מיטגעכאפט מיטן מאכט איבער פליען, פליגערס פון סאודי אראביע און קאטאר.

די מעסעדזש איז זייער קלאר געריכטעט צו איראן, וואס האט אין די לעצטע שטיק צייט ארויפגעשרויפט זייער אגרעסיע און וואלגארישע שפראך.

די אמעריקאנער רעגירונג האט נישט דירעקט אדרעסירט איראן, אבער האט געזאגט אז דאס קומט צו צייגן אז אמעריקע איז דא צו באשיצן אירע אליאירטע אין יענע געגנט פון פיינטליכע אגרעסיע.

דאס איז שוין די צווייטע אזא געשעעניש אין צוויי חדשים אונטער די ביידען אדמיניסטראציע. אין די לעצטע חדשים פון פרעזידענט טראמפ זענען אויך פארגעקומען עטליכע אזאנע מאכט-צייגונגען העכער יענע געגנט, אלעס געריכטעט צו איראן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל