טראמפ האלט ערשטע עפנטליכע רעדע נאכ'ן אפטרעטן; סיגנאליזירט אז ער וועט לויפן אין 2024

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געגעבן א רעדע פאר די קאנסערוואטיווע יערליכע פארזאמלונג 'סי-פעק' וואס ווערט אפגעהאלטן אין ארלאנדא, און האט געשיקט אן אומצוויידייטיגן מעסעדזש אז ער פלאנט נישט צו אפטרעטן פון זיין פירערשאפט אינערהאלב די רעפובליקאנער פארטיי. ער האט ווידעראמאל איבערגעזאגט דעם פאלשן באהויפטונג אז ער האט פאקטיש געווינען די פארלאפענע וואלן, און געזאגט אז ער פלאנט מעגליך צו לויפן און "געווינען א דריטע מאל" – און האט אפגעווארפן די באריכטן אז ער קלערט פון עפענען אן אייגענע פארטיי אלס "פעיק ניוז." טראמפ האט גענאסן פון הילכיגע אפלאדירונגען און אן אנקעטע צווישן די פארזאמעלטע צייגט אז איבער 55% רעפובליקאנער זענען גרייט צו שטימען פאר אים אויב ער פארמעסט זיך נאכאמאל אינעם פריימערי.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל