באוואפנטע מיליציע מיטגלידער האבן געפאנגן איבער דריי הונדערט מיידלעך פון א רעגירונג שולע אין ניגעריע. די מיידלעך זענען אין די עלטערס צווישן 12 און 16 און זענען אוועקגעפירט געווארן דורך די קרימינאלע מיליציע וועלכע האבן פאר דעם אטאקירט א דערנעבנדיגע מיליטערישע באזע אויף צו אפהאלטן די מיליטער פון רעאגירן. דער ניגעריער פרעזידענט מוכאמאדאָ בוכארי האט פארארדנט א מיליטערישע אפעראציע צו באפרייען די משכונות, אבער די עלטערן זענען באזארגט אז זייערע קינדער וועלן געשעדיגט ווערן אין א מיליטערישע אפעראציע.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה