פרעזידענט ביידען וועט זיך טרעפן מיט'ן מעקסיקאנער פרעזידענט

פרעזידענט ביידען איז ערווארטעט צו אפהאלטן א "ווירטואלע באגעגעניש" מיט'ן מעקסיקאנער פרעזידענט אנדרעי מאנועל לאפעז, און זיי זענען ערווארטעט צו איבערשמועסן אימיגראציע פאליסי און עקאנאמישע קאאפעראציע צווישן די צוויי שכנים. דאס קומט א וואך נאכ'ן באגעגעניש מיט'ן קאנאדישער פרעזידענט, און פרעזידענט ביידען טוט דערמיט אונטערשטרייכן אז ער זוכט צו אנהאלטן גוטע באציאונגען מיט די צוויי שכנים און הויפט עקאנאמישע שותפים פון אמעריקע. דער מעקסיקאנער פרעזידענט וועט דיסקוסירן א פראגראם צו ערלויבן ארום 600 טויזנט מעקסיקאנער בירגער צו ארבעטן אין אמעריקע לעגאל, און דערמיט רעדוצירן אומלעגאלע שמוגלעריי. די ביידען אדמיניסטראציע האט נאכנישט קלארגעשטעלט אויב פרעזידענט ביידען וועט שטיצן דעם פלאן.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל