אמווייניגסטנס אכצן אומגעברענגט דורך מיאנמאר מיליטערישע קרעפטן

נעכטן איז באצייכנט געווארן אלס דער טויטליכסטער טאג אין די אנגייענדע פראטעסטן אין מיאנמאר קעגן די מיליטערישע פירערשאפט. דער רעזשים פרובירט צו באהאלטן די אינפארמאציע אבער די יו.ען. געט איבער פון פארלעכסליכע קוועלער אז אמווייניגסטנס אכצן פראטעסטירער זענען אומגעברענגט געווארן דורך די מיליטערישע קרעפטן און נאך איבער 30 זענען שווער פארוואונדעט געווארן. אויסער דעם האלטן די מיליטערישע אויטאריטעטן איבער 1,323 פאליטישע ארעסטאנטן אריינגערעכנט די לעגאל-ערוועלטע ציווילע פירער. קוועלער אין מיאנמאר געבן איבער אז טראץ די טויטליכע אונטערדריקונג קומען היינט פאר פרישע פראטעסטן איבער'ן לאנד.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל