איראן ווארפט אפ אנבאט פאר פרישע געשפרעכן

דער איראנער רעזשים שפילט א שטייפע שפיל מיט די ביידען אדמיניסטראציע און אפגעווארפן אן איינלאדענונג פונעם אייראפעאישן פאראיין פאר דירעקטע געשפרעכן מיט אמעריקע און די אנדערע גרויסמאכן וועלכע האבן אונטגעשריבן דעם ארגינעלן אפמאך אין 2015. איראן האט געזאגט אז "די צייט איז נאכנישט רייף" פאר אזעלכע געשפרעכן וויבאלד זיי ווילן אז די ביידען אדמיניסטראציע זאל קודם אראפנעמען די עקאנאמישע סאנקציעס וואס זענען ארויפגעלייגט געווארן דורך די טראמפ אדמיניסטראציע. דאס קומט עטליכע טאג נאכדעם וואס פרעזידענט ביידען האט פארארדנט אן אטאקע אויף אן איראנער מיליציע אין סיריע אין וועלכער איינער איז אומגעקומען.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל