איראן אטאקירט מדינת ישראל שיף אין פערסישן גאלף; מדינת ישראל רעאגירט אין סיריע

דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו האט היינט עפנטליך באשולדיגט איראן אין אן אטאקע אויף א שיף, וואס באלאנגט צו א מדינת ישראל פירמע, אינעם פערסישן גאלף. דער שיף וואס איז געשווימען אונטער א פאן פון די באהאמישע אינזלן האט געליטן שווערע שאדנס פון א מיסטעריעזע אויפרייס – אומקלאר דערווייל צו א גראנאט אדער מיסיל - אבער האט זיך באוויזן צו צוריקקערן צום פארט אין דובאי. נעכטן האט מדינת ישראל אטאקירט איראנער צילן אין סיריע אלס נקמה פאר דעם אטאקע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל