ערנסטע ריס צווישן ביידען אדמיניסטראציע און סאודי-אראביע רעזשים

שטייענדיג עטליכע וואכן אריין אינעם ביידען טערמין צייגן פארשידענע סיגנאלן אז די אדמיניסטראציע ריקט זיך אוועק פון די נאנטע באציאונגען צווישן אמעריקע און סאודי אראביע. קודם כל האט די אדמיניסטראציע פארעפנטליכט דעם פרייטאג א שפיאנאזש באריכט וואס באשולדיגט די סאודיער פרינץ מוכאמאד בין סאלמען אין די מארד פונעם סאודיער דזשורנאליסט כאמאל קאשאגי, און האט ארויפגעלייגט סאנקציעס אויף עטליכע הויכע באאמטע, און דאן האט די סטעיט דעפארטמענט קלארגעשטעלט אז זיי וועלן נישט העלפן סאודי אראביע אין די אנגייענדיגע קריג אין תימן מיט איראנער-געשטיצטע רעבעלן. אנאליסטן זאגן אז דאס איז די לעצטע אין א רייע שריט וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט גענומען וואס רופט ארויס שווערע אויפברויז אין ריאד.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל