געוועזענער פראנצויזישער פרעזידענט סארקאזי פאראורטיילט צו טורמע

דער פרעזידענט פון פראנקרייך ניקאלאס סארקאזי איז היינט פאראורטיילט געווארן דורך א פראנצויזישע געריכט צו א יאר אין טורמע איבער קארופציע קלאגעס. דער 66 יעריגער פאליטיקאנט האט געדינט אלס פרעזידענט פון פראנקרייך פון 2007 ביז 2012, און איז באשולדיגט געווארן אין אויסנוצן זיין מאכט אויף צו ארויסבאקומען אינפארמאציע פון א ריכטער איבער א געוויסע לעגאלע פראצעדור אין וועלכע ער איז געווען פארמישט. דאס איז דאס ערשטע מאל אין פראנקרייך'ס היסטאריע (זייט די רעוואלוציע) וואס א געוועזענער פרעזידענט וועט שמאכטן אין טורמע.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל