גאווערנער קאומא געהילפן דעקן אויף פרעכע אויפפירונג, אטוירני דזשענעראל וועט עפענען אן אויספארשונג

גאווערנער קאומא געפונט זיך ווידער אונטער פייער נאכדעם וואס צוויי פון זיינע געוועזענע געהילפן זענען ארויסגעקומען קעגן אים און פארציילט איבער זיין פרעכע און געמיינע באנעמונג מיט זיינע אונטערטאנען, און זיין דיקטאטורישע באנעמונג מיט זיין שטאב. דאס האט געברענגט דערצו אז כמעט אלע פראמינענטע ניו יארקער דעמאקראטן זענען ארויסגעקומען קעגן דעם גאווערנער, אנגעהויבן פון די ניו יארקער פארשטייער אין וואשינגטאן ביז די פארשטייער אין אלבאני און דער ניו יארקער אטוירני דזשענעראל לעטישע דזשעימס גרייט זיך צו עפענען אן אויספארשונג. גאווערנער קאומא האט זיך אנטשולדיגט איבער זיין אויפפירונג און צוגעלייגט אז ער אנערקענט אז ער איז געווען "אומסענסיטיוו" צו זיינע ארבעטער, און פארשפראכן צו קאאפערירן מיט'ן אויספארשונג.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל