א איד פון עדיסאן ניו דזשערזי שטייט אויס הארבע מארד קלאגעס נאכדעם וואס – לויט די פאליציי - האט ער געדרייווט שיכור'ערהייט און ליידער אראפגעקלאפט א יונגע פרוי. דער אינצידענט האט פאסירט פרייטאג פורים נאכמיטאג אויף בראדוועי קארנער גרעהעם ווען דער דרייווער האט פארלוירן קאנטראל אויף זיין קאר און אראפגעקלאפט א 32 יעריגע פרוי און איר קערפער האט זיך געשלעפט מיט די קאר. זי איז אריינגעפירט געווארן אינעם דערנעבנדיגע וואודהאל שפיטאל וואו זי איז דערקלערט געווארן טויט. דער יונגערמאן וועט זיך שטעלן צום געריכט די וואך וואו ער שטייט אויס גאר א שווערע משפט ה"י.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה