אמעריקאנער שפיאנאזש קוועלער באריכטן, אז צפון-קאריע גייט מעגליך דורכפירן איר ערשטע מיסל-פראבע אונטער דער נייער ביידען אדמיניסטראציע. די באריכט קומט א טאג דערנאך וואס צפון קאריע'ס פירער, קים יאנג אן'ס שוועסטער, האט געלאזט פאלן שארפע ווערטער קעגן אמעריקע.
די שוועסטער פון קים יאנג אן, קים סאל סאנג, האט געזאגט אז אויב אמעריקע וויל שלאפן רואיג די קומענדיגע פיר יאר זאלן זיי בעסער איינרוען.
ווי מ'זעט פון זייער שפראך זוכט די ביידען אדמיניסטראציע אראפצוברענגען די שארפע רעטאריק מיט צפון-קאריע, נישט וועלנדיג מער אנציען אין די קאריע האלב אינזל.
היינט זענען עטליכע הויכראנגיקע אמעריקאנער באאמטע אנגעקומען קיין סאאל - דרום קאריע, אין שפיץ פונעם אויסערן-מיניסטער, 'ענטעני בלינקין', אפצוהאלטן געשפרעכן מיט ארטיגע באאמטע. אויך איז מיט אים מיטגעקומען דער דעפענס-סעקרעטאר, 'לויעד אסטין', און נאך צענדליגע הויכע אמעריקאנער באאמטע.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה