אין א פריידיגע בשורה פאר טויזנטער ביזנעס-אייגנטומער, האט כינע געמאלדן אז זיי וועלן פארגרינגערן די שווערע פלי רעגולאציעס וואס זענען געווען אין קראפט דורכאויס די קאראנע ווירוס.
כינע האט אין די ערשטע חדשים פון די ווירוס ארויסגעשטעלט גאר שטרענגע רעגולאציעס, זיי האבן אפגעשפארט א געגנט וואס אין איר וואוינען מער פון הונדערט מיליאן מענטשן. באריכטן וואס זענען ארויסגעקומען פון שטעט אין כינע האבן דערציילט וויאזוי די פאליציי האט זיך אויפגעפירט זייער ברוטאל צו די איינוואוינער, און יעדער אויף וועם זיי האבן נאר געהאט די קלענסטע חשד אז ער קען זיין אנגעשטעקט מיט די ווירוס האט מען יענעם ארויסגעשלעפט פון זיין שטוב און אוועקגעפירט. זיי האבן אפגעשפארט די לופט-ליניעס, נישט אריינלאזנדיג קיין אויסלענדישע ביזנעסלייט און טוריסטן.
וויבאלד כינע איז א קאמוניסטישע דיקטאטורישע לאנד, איז שווער צו וויסן וואס דארט קומט פאר, און וואס דארט איז פארגעקומען. קלאנגען קורסירן איבער אזויפיל ווי מער פון הונדערט טויזנט מענטשן וואס זענען געשטארבן אדער אומגעברענגט געווארן דורכאויס די קאראנע. אנדערע מאכן אוועק די ריזיגע נומערן טויטע וואס געוויסע ווילן זאגן. אבער דאס איז זיכער, ווען ס'קומט צו כינע דארף מען יעדע שטיקל אינפארמאציע אויפנעמען מיט פארדאכט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה