א באריכט איז ארויסגעקומען וואס שרייבט אז ניו-דעלהי - אינדיע איז אין יאר 2020 געווען די מערסט-פארפעסטעטע הויפט-שטאט אין דער וועלט.
די באריכט זאגט אבער אויך אז אין יאר 2020 האט די וועלט געזען א ריזיגע רעדוקציע אין פארפעסטעטע לופט, דערנאך וואס די וועלט איז געקומען צו א כמעט-גענצליכע אפשטעל צוליב די קאראנע ווירוס. די מערסט-פארפעסטעטע שטעט זענען אין די געגנט פון מזרח-אזיע, וואס רעכנט אריין, כינע, אינדיע און בענגלאדעש. די ריזיגע קוימענ'ס שפייען ארויס טאג און נאכט די שעדליכע רויעך און מאטריאל פון די צענדליגע טויזנטער פארבריקן אין יענע טייל פון דער וועלט.
ביז היינט איז כינע געווען די מערסט-פארפעסטעטע הויפט-שטאט אין אזיע (אויך די מערסט-פארפעסטעטע שטאט בכלל), אבער ניו-דעלהי - אינדיע איז איר פארלאפן די וועג אין יאר 2020.
ס'איז ערווארטעט אז כינע זאל צוריק באקומען איר אויבנאן אין פארפעסטעטע שטעט, אבער אויף ביזדערווייל האט עס פון איר אינדיע אוועקגענומען.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה