די אייסיס טעראר-גרופע האט דורכגעפירט א בלוטיגע אטאקע אין מערב-ניידזשעריע, אומברענגענדיג 58 מענטשן, מערסטנס-טייל ציווילע בירגער.
די אטאקע איז די לעצטע אין א סעריע טעראר אטאקעס דורך איסלאמישע גרופעס, אין יענע טייל פון אפריקע. די טעראריסטן האבן אפגעווארט די מאסן מענטשן וואס האבן זיך אהיימגעקערט נאך א טאג ביים מארק-פלאץ אין שטאט. זיי האבן אויסגעשאסן מיט מאשין געווער, אנזייענדיג טויט און פארניכטונג.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה