ווייטערדיגע פאזיטיווע נייעס איבער די קאראנא ווירוס אין ארץ ישראל

ווי שוין געשריבן עטליכע מאל אין די שפאלטענעס פון אונזער נייעס-פלאטפארמע, איז מדינת ישראל אריבער גאנץ שווער די ווירוס, אבער האט זיך אויסגעצייכנט ווען ס'איז געקומען צו פארשפרייטן און איינשפריצן די וואקסינען אין מענטשן'ס ארעמס.

היינט איז ארויסגעקומען נאך גוטע נייעס אנבאלאנגט די ווירוס. ס'ווערט באריכטעט אז די צאל ערנסט קראנקע פון קאראנא ווירוס אין מדינת ישראל איז געפאלן די נידריגסטע, זינט די וויירוס האט זיך שטארק פארשפרייט אין לאנד.

אין אנדערע נייעס ערהוילט זיך די ווייב פון פרעמיער מיניסטער נתניהו, דערנאך וואס זי איז אריבער א שטיקל אפאראציע.

נתניהו האט אפגעלייגט זיין ערווארטעטע רייזע צו די יו.עי.אי. אין רעזולטאט פון זיין ווייב'ס געזונט צושטאנד.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל