דרייסיג מיידלעך פארכאפט אין ניגעריע

באוואפנטע מיליטאנטן זענען באפאלן א שולע אין די ניגעריע שטאט קאדונא, וואו זיי האבן פארכאפט איבער דרייסיג מיידלעך.

די טעראריסטן זענען באפאלן די שולע אין די טונקלקייט פון די נאכט, ארויסגעשלעפט די האלב-שלאפעדיגע קינדער און זיי אוועקגעפירט פון דארט.

ס'איז נישט באקאנט וואו די טעראריסטן האבן זיי געפירט, און אויב ס'איז אן אקט פון איסלאמישע טעראריסטן, אדער בלויז געלט-גייציגע מענטשן וואס דארפן אויסלייז-געלט פאר זיך אין קעשענע.

אין די לעצטע חדשים זענען שוין פארגעקומען אין ניגעריע עטליכע אזאנע אינצידענטן וואו א גאנצע גרופע פון שולע-קינדער זענען פארכאפט געווארן דורך מיליטאנטן, באוואפנט מיט גרויסע ביקסן און פארמאסקירטע פנימ'ער.

די מאדנע און אכזריות'דיגע ערשיינונג האט זיך אנגעהויבן אין יאר 2014, דורך די ברוטאלע טעראריסטישע גרופע באקא כאראם.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל