כינע שטארקט קאנטראל אויף האנג קאנג

דער כינעזער רעגירונג האט פארשטארקט איר קאנטראל אויף די עטוואס אטאנאמישער האנג-קאנג אינזל. די כינעזער פארלאמענט האט געשטימט אויף א געזעץ וואס וועט געבן קאנטראל פאר די רעגירונג אין בעידזשינג, צו קענען אפמאכן ווער ס'איז קוואליפיצירט צו לויפן אין די האנג-קאנג וואלן, דער אויסערן-מיניסטער פון כינע האט געזאגט ביי א רעדע אין קאנגרעס, אז ס'איז וויכטיג אז די פאליטישע אמטן זאלן געהאלטן ווערן דורך פאטריאטן, און נישט דורך מענטשן וואס קענען זיין א שטער צו כינעזע אינטערעסן.

דאס קומט דערנאך וואס אין די לעצטע עטליכע יאר האט די וועלט צוגעקוקט מיט שפאנונג וויאזוי מיליאנען מענטשן זענען ארויסגעקומען פראטעסטירן קעגן דער צענטראלע כינעזער רעגירונג.

אנגעהויבן האט זיך עס ווען כינע האט דורכגעפירט א געזעץ אונטער וועלכע זיי גייען קענען ארעסטירן מענטשן אנגעבליכע פארברעכער אין האנג קאנג. דאס האט זאפארט אנגעצינדן א רויט לעמפל ביי די איינוואוינער פון האנג קאנג אז די רעגירונג וויל דא אריינשטעלן אירע נעגל בלויז צו קענען פארכאפן פאליטישע קעגנער פון די רעגירונג.

פאר לאנגע וואכן האט זיך געצויגן די קריזיס אין דער עקאנאמיש-וויכטיגע שטאט האנג קאנג, די שטאט איז געקומען צו א גענצליכע אפשטעל, און די פאליציי האט ארעסטירט טויזנטער מענטשן.

כינע קען זיך נישט ערלויבן אז האנג קאנג זאל ווידעראמאל אפגעשלאסן ווערן, די רעגירונג אין בעידזשינג ווייסט גאנץ גוט אז האנג קאנג איז איר עקאנאמישער נערוו-צענטער, און יעדע ווידער-אויפשטייג פון פראטעסטן דארף לויט זיי דערשטיקט ווערן מיט מאכט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל