פרעזידענט ביידען רעדט צום פאלק

פרעזידענט ביידען האט נעכטן געגעבן א רעדע צום פאלק, וואו ער האט ארומגערעדט איבער די געשעענישן פון די לעצטע יאר צייט ארום קאראנא.

דער פרעזידענט האט געריכטעט עטליכע שפיזן צום פאריגער פרעזידענט טראמפ, ער האט באשולדיגט טראמפ און פארנאכלעסיגן טייערע צייט, און אננעמען א שטיל-שווייגעניש בעת וואס טויזנטער מענטשן זענען אומגעקומען.

דער פרעזידענט האט אויך שארף פארדאמט די לעצטיגע אויפשטייג פון ראסיסיטישע אטאקעס קעגן אזיאנער אמעריקאנער. זינט ס'האט זיך אנגעהויבן די קאראנא ווירוס וואס איז ארגינעל פון כינע, האבן אזיאנער געליטן פון א גרויסע אויפשטייג אטאקעס, פון מענטשן וואס ווייסן נישט וויאזוי צו אפטיילן צווישן א לאנד און אן אינדיווידעלער פערזאן, אדער ווייסן זיי יא, נאר זיי זענען בלויזע פיינט צו יענע ראסע, און דא האבן זיי א געלעגנהייט צו עס אויסגעבן.

דער פרעזידענט האט אריינגעקוקט דירעקט אינעם קאמערע, און געזאגט: "דאס איז נישט אמעריקאניש, ס'דארף זאפארט קומען צו אן אפשטעל".

דער פרעזידענט האט אויך געזאגט אז פון די ערשטע אין מאי וועט יעדער בירגער פון אכצן יאר און העכער קענען באקומען די וואקסין.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל