בראזיל זעעט זיך נישט ארויס פון קאראנע

נעכטן נאכט איז פארגעקומען אן אבלאווע אויף א גרויסע פארזאמלונג זאל אין סאן פאלאו-בראזיל, וואו עטליכע הונדערט מענטשן האבן פארברענגט ווי אין די גוטע צייטן.

פאליציי האבן זיך איינגעבראכן און ארויסגעפירט די פארזאמלטע, ווי אויך ארעסטירט די וואס האבן געשטעלט א ווידערשטאנד.

נאך די אבלאווע האבן הונדערטער מענטשן זיך פארזאמלט דארט, און פראטעסטירט קעגן די קאראנע פארשליסונגען, כאטש וואס זייער לאנד איז שווער באטראפן געווארן פון די קאראנע ווירוס.

בראזיל זעעט ביזדערווייל נישט קיין וועג ארויס פון די שרעקליכע קאראנע אויסברוך, צענדליגע מענטשן שטארבן יעדע איינציגע שעה פון די ווירוס. אנדערע שטארבן נאך בעפאר זיי זענען אפילו באהאנדלט געווארן, ווארטנדיג אין די עמערדזשענסי צימערן.

ארטיגע געזונטהייט באאמטע זאגן, אז די צושטאנד אין די שפיטעלער איז ממש נישט צו דערהייבן, דאקטוירים זענען אויסגעשעפט און דעפרעסט פון די שווערע מצב.

דער בראזיליאנער פרעזידענט, באלסינעראו, האט פון אנהויב אן געלאכט פון די ווירוס, בעת וואס מ'האט נאך עפעס געקענט טון, האט ער אפן געשפעט פון מענטשן וואס גייען מיט מאסקעס, און די וואס נעמען די ווארענונגען ערנסט.

יעצט זעט ער וויאזוי זיין לאנד איז די יעצטיגע צענטער פון קאראנע, אבער ס'זעט נישט אויס ווי ער האלט און ער קען עפעס טון יעצט. לויט אלע ווארשיינליכקייטן האט זיין באהאנדלונג פון די ווירוס א שטארקע אפעקט אויף זיין פאליטישע שטאנד אין לאנד.
  
די וועלט איז שוין טאקע געוואוינט צו זען מענטשן מיט מאסקעס, אלעס גייט מיט מאסקעס אין דער אלגעמיינער וועלט, אבער היינט האט מען געזען אין בראזיל מענטשן מיט פלעסטיק זעקלעך אויפן געזיכט, און אנדערע באשיצונג קליידער איבערגעדעקט אויפן געזיכט.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל