גרויס אויפברויז הערשט ביי די באפעלקערונג אין ירדן, נאך וואס זיבן קאראנא פאציענטן זענען געשטארבן, נאך וואס זייער אקסעדזשין סופליי האט זיך אפגעשטעלט.
די אינצידענט האט פאסירט אין א רעגירונג-אנגעפירטע שפיטאל, אין דער הויפט שטאט אמאן. די באאמטע זאגן אז די קאראנא פאציענטן זענען נישט געשטארבן פון קאראנא, נאר דורכדעם וואס די מאשינען באהאפטן צו זיי האט אויפגעהערט אריינצושיקן לופט אין זייערע לונגען.
די געזונטהייט מיניסטער פון ירדן האט רעזיגנירט, נאך וואס ער איז געקומען אונטער גרויס דרוק פון די באפעלקערונג.
שבת האט קעניג אבדולא אפגעשטאט א באזוך אין יענע שפיטאל, וואו זיין קאר איז ארומגענומען געווארן דורך צענדליגע פראטעסטירער, וואס האבן פארלאנגט שטראפן פאר די וואס זענען שולדיג אין די מאסיווע געזונטהייט דורכפאל.
די פראטעסטירער האבן ארומגענומען זיין אויטא, און נאר נאך עטליכע לאנגע מינוטן האבן זיינע לייב-וועכטער באוויזן אויפצומאכן א וועג פארן קעניג אוועקצופארן פון דארט.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה