שווערע זאמד-שטורעם אין בעדזשינג כינע

א גאר שווערע זאמד-שטורעם האט באפאלן די כינעזער הויפט-שטאט בעידזשינג, און די ארומיגע געגנטער. מענטשן זענען אויפגעשטאנען היינט אינדערפרי צו א רויט-קאלירטע הימל, און די גאנצע לופט איז געווען אנגעפילט מיט זאמד שטויבלעך.

די לאקאלע רעגירונג האט אויפגעפאדערט פון אלע שולעס אין דער געגנט אז זיי זאלן אפשאפן אלע געפלאנטע שפילן אויף היינט, און מ'זאל זיך נישט דרייען אין די גאסן, נאר אויב ס'איז פאר לעבנ'ס-וויכטיגע געברויכן.

כינע ווערט אפט באטראפן פון זאמד שטורעמעס, אבער אזאנס וואס איז היינט אנגעקומען איז שוין נישט געזען געווארן פאר לאנגע יאר.


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל