1.9 טריליאן קאראנא הילף-פעקל אריבער אין סענאט

פרעזידענט ביידען האט אפגעהאלטן א פאליטישע זיג דעם שבת, ווען די סענאט האט געשטימט אויף זיין 1.9 טריליאן הילף פעקל.

די ביל איז אריבער די סענאט מיט פופציג קעגן 49. מ'האט זיך פארגעשטעלט אז די וויצע פרעזידענט'קע וועט דארפן אראפקומען אין סענאט צו איבערוועגן די דעמאקראטישע זייט, אבער דערנאך וואס איינער פון די רעפובליקאנער סענאטארן האבן זיך נישט געקענט באטייליגן צוליב א משפחה-טראגעדיע, האט שוין נישט אויסגעפעלט אז זי זאל אראפקומען צו קענען דורכפירן די ביל.

לענגערע באריכט איבער דער מאסיווער הילף-פעקל, אי''ה מארגן!


© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל