'טראמפ' האט געשיקט א בריוו צו די רעפובליקאנער פארטיי הויפטקווארטיר, וואו ער שרייבט אז זיי זאלן אויפהערן צו ניצן זיין נאמען ביי שנאר אקציעס אא''וו.
דער געוועזענער פרעזידענט זאגט, אז די נאמען 'טראמפ' באלאנגט צו אים, און קיינער אנדערש קען עס נישט נוצן, אויך שרייבט ער אז ער וויל נוצן זיין נאמען פאר קומענדיגע פאנדרעיזינג און קאמפיין אקציעס, וואס אויב נוצט מען יעצט זיין נאמען ווערט עס ביליגער אין די אויגן פון די מאגנאטן, און ער וועט האבן א שווערערע ארבעט צו אויפטרייבן גרויסע געלט סומעס.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה