די בעפארשטייענדע וואלן אין מדינת ישראל ווערט אלץ ווארעמער, און מיט דעם אויך די געמיטער פון די פאליטיקאנטן. שוין די פערטע מאל וואס עס קומען פאר וואלן אין בלויז צוויי יאר. דאס האלט אבער נישט אפ דעם יעצטיגן פרעמיער מיניסטער בנימין נתניהו פון צייגן שטארקייט אין די אנקעטעס.
לויט די יעצטיגע אנקעטעס וואלט נתניהו געווינען די וואלן מיט 29 בענקלעך, אבער די אנקעטע צייגט אויך אז ער האט א שווערע ארבעט צוזאמצושטעלן גענוג בענקלעך צו פארמירן א רעגירונג.
אנקעטע:
נתניהו 29
לאפיד 20
נייער האפענונג 12
בענעט 12
ש”ס 8
יהדות התורה 7
ארבייטער פארטיי 7
ליבערמאן 7
גאנץ 5
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה