אין אן אינטערוויו פאר די עי.בי.סי. נייעס אגענטור האט פרעזידענט ביידען שארף אראפגעריסן דעם רוסישן פרעזידענט וולאדאמיר פוטין.
דער פרעזידענט איז געפרעגט געווארן אויב ס'גייען זיין קאנסעקווענצן איבער רוסלאנד'ס אינטערווענס אין די אמעריקאנע וואלן פון יאר 2020, דער פרעזידענט האט דערויף שטייף רעאגירט, זאגנדיג: "ער גייט באצאלן א פרייז, איך האב געהאט מיט אים א לאנגע שמועס, איך קען אים גאנץ גוט, ווען איך האב אנגעהויבן די שמועס מיט אים (ווען ער איז נאך געווען וויצע-פרעזידענט אונטער אבאמא).
דער דזשורנאליסט האט אים דאן געפרעגט אויב ער האט טאקע ביי יענע שמועס געזאגט צום רוסישער פרעזידענט אז ער האט נישט קיין באשיידנקייט אין זיך. "יא, איך האב אים דאס געזאגט", זאגט ביידען. "זיין רעספאנס איז געווען אז אונז פארשטיי מיר זיך איינער דעם צווייטן. איך בין נישט געווען קיין בעל גאוה, איך בין געווען מיט אים אין זיין אפיס, און דאן איז אויפגעקומען די שמועס, פרעזידענט בוש האט געזאגט אז ער האט אריינגעקוקט אין זיינע אויגן און ער האט געזען באשיידנקייט, איך האב אים געזאגט, איך האב אריינגעקוקט אין דיינע אויגן און איך האב נישט געזען קיין באשיידנקייט. די וויכטיגסטע זאך ווען ס'קומט צו פירן א דייעלאג מיט אויסלענדישע פירער, איז אים ארויסהאבן". דער רעפארטער פרעגט ווייטער אויב ער האלט אז פוטין איז א מערדער. "איך האלט אזוי", האט דער פרעזידענט ספאנטאניש געענפטערט.
מיט עטליכע טעג צוריק איז ארויסגעקומען א באריכט פון די אמעריקאנער אינטעלידזשענט אגענטור, וואו זיי שטעלן קלאר אז רוסלאנד איז געווען שטארק פארמישט אין ארויסהעלפן פרעזידענט טראמפ געווינען נאך א טערמין, און צו שעדיגן פרעזידענט ביידען'ס אויסזיכטן.
די באריכט זאגט, אז אנדערש ווי אין יאר 2016 האט רוסלאנד זיך נישט באוויזן אריינצוברעכן אין די קאמפיוטער סיסטעם (וואס האט למעשה נישט געביטן עפעס פון די וואלן אויסגאנג), נאר האט מער געצילט צו באקומען צוטריט צו טראמפ'ס נאנטע, און אזוי אינפילטרירן די קאמפיין.
זייער ציל איז געווען צו פארשפרייטן פאלשע באריכטן און קאנספיראציע טעאריעס אויף דער דאן-דעמאקראטישער קאנדידאט 'דזשאו ביידען'. זיי האבן טאקע באוויזן זיך צו באפריינדן מיט עטליכע טראמפ נאנטע, אריינגערעכנט 'רודי דזשוליאני, און נאך עטליכע.
די באריכט זאגט אז רוסלאנד איז געשטאנען אונטער די 'האנטער ביידען סקאנדאל' מיט אוקריינע, און די מיסיע איר צו פארשפרייטן אין די פאראייניגטע שטאטן.
לכאורה האבן די קאמפיין באאמטע אפילו נישט געוויסט אז דאס זענען שיק-יונגלעך פונעם רוסישער פרעזידענט פוטין. אבער מ'האט זיי זייער קלאר געזאגט אז רוסלאנד שטייט אונטער אסאך פאלשע אינפארמאציע ווען ס'קומט צו ביידען.
די באריכט האט אויפגעשאקלט אמעריקע, דערנאך וואס ס'איז שוין דאס צווייטע מאל וואס רוסלאנד באווייזט זיך אריינצודרייען אין די אמעריקאנע פאליטיק, און באווייזט צו אויספירן זייערע געדאנקען. ס'איז זיי טאקע נישט געלונגען צו נאכאמאל ערוויילן טראמפ, אבער ס'איז זיי געלונגען צו פארשפרייטן פאלשע אינפארמאציע וואס מיליאנען אמעריקאנער גלייבן, און הויכע פאליטיקאנטן זאגן נאך שטיקער רוסישע פראפאגאנדע.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה