יו.ען גייט אפשיקן וואקסינס צו עזה און דער מערב-ברעג

די יונייטעד נעישאנס האט געמאלדן אז זיי גייען אפשיקן וואקסינס צו די פאלעסטינער אין עזה און אין מערב-ברעג. דאס קומט נאך וואס עזה איז היבש שווער באטראפן געווארן פון די ווירוס, און מוטשעט זיך מיט א מאנגל אין שפיטאל-בעטן.

מדינת ישראל האט שוין אויסגעטיילט עטליכע הונדערט טויזנט וואקסינס פאר די פאלעסטינער, ספעציעל פאר די וואס קומען אריין פון די פאלעסטינע געגנטער צו ארבעטן.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל