אכט אומגעקומען אין מאסן שיסעריי אין דזשארדזשיע

אכט מענטשן זענען נעכטן אומגעקומען, ווען א מאן האט אויסגעשאסן קוילן ביי עטליכע לאקאלן אין דזשארדזשיע. די פאליציי האט נעכטן ארעסטירט דעם 21 יעריגער יוגנטליכער, וואס ווערט באשולדיגט אינעם מערדעריי.

די שנעלע ארעסטן האבן אפגעהאלטן פון נאך מאסן טויטע, דערנאך וואס דער שיסער איז געווען אויפן וועג קיין פלארידע אויסצופירן נאך שיסערייען. די פאליציי האט נעכטן ארויסגעשטעלט בילדער פונעם פארברעכער, און געבעטן הילף פון די באפעלקערונג.

דער טאטע פונעם מערדער האט זיך צוגעקוקט צו די נייעס, ווען ער זעט פלוצלינג וויאזוי דאס בילד פון זיין זון ערשיינט אויפן סקרין, ער האט זאפארט גערופן די פאליציי, און זיי איבערגעגעבן די נומער פון זיין זון'ס טעלעפאן, די פאליציי איז נאכגעגאנגען די לופט כוואליעס, ביז זיי האבן אים דעריאגט אויפן וועג קיין פלארידע.

די מארדן האבן אויפגעברענגט פארדאכטן צו ס'איז נישט געווען אן אטאקע געצילט קעגן אזיאנער אמעריקאנער, די פארדאכטן קומען דערנאך וואס זעקס פון די אומגעקומענע זענען פון אזיאנער אפשטאם.

© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל