איינער פון די פארשער פונעם 'וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע' – וועלכער געפונט זיך יעצט אין כינע צו פארשן די קוואל פונעם קאראנעוויירוס - האט געלאזט הערן שארפע קריטיק איבער דעם וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט אויסגעדרוקט סקעפטיציזם איבער זייערע געפונסן, זאגנדיג אז דאס איז א פאליטישע שפיל.
ווי באריכטעט נעכטן, האט די שטאב פארעפנטליכט זייערע ערשטע געפונסן וועלכע טוען גענצליך אויסשליסן אז דער וויירוס האט זיך אנגעהויבן אין א כינעזער לעבארטאריע. אין רעאקציע דערצו האט דער ווארטזאגער פונעם סטעיט דעפארטמענט נעד פרייס געזאגט אז "מיר וועלן איבערקוקן זייערע געפונסן, אבער מיר וועלן עווענטועל קומען צו א באשלוס מיט די הילף פון אונזערע שפיאנאזש אגענטורן."
די באמערקונג האט שטארק דערצערענט פעטער דאזשעק, איינער פון די עקספערטן וועלכע געפונען זיך אין כינע "די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן זענען געווארן ווערדלאז אונטער טראמפ, זיי ווייסן נישט וואס טוט זיך אין כינע, די ביידען אדמיניסטראציע זוכט צו צייגן אז זיי זענען שטייף איבער כינע" האט ער געזאגט. איראניש, אז די באמערקונג קומט בלויז געציילטע וואכן נאכדעם וואס די ביידען אדמיניסטראציע האט זיך ווידער אנגעשלאסן אין די ארגאניזאציע נאכדעם וואס טראמפ האט זיך ארויסגעצויגן דערפון וויבאלד ער האט געהאלטן אז זיי זענען צו מילד ווען עס קומט צו כינע.
© כל הזכויות שמורות. עס איז נישט ערלויבט צו קאפיען אדער נאכמאכן קיין שום טייל פון די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארנעם, אן א געשריבענע רשות פון די אידישע נייעס וועבזייטל
הוסף רשומת תגובה